(Go: >> BACK << -|- >> HOME <<)

לדלג לתוכן

2023 ישראל–כאמאס קריג

פֿון װיקיפּעדיע
מאפע

די מדינת ישראל-כאמאס קריג איז אן אנגייענדער קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און פאלעסטינע מיליטאנטישע גרופעס געפירט דורך כאַמאַס

די מלחמה האט זיך אָנגעהויבן מיט א מיליטאנטישע אינוואזיע פון די עזה פאס קעגן מדינת ישראל אויפן 7טן אין אוקטובער 2023 גערופן אפעראציע אל-אקצא פארפלייצונג. די מדינת ישראל קאנטעראפענסיווע ווערט גערופן אפעראציע אייזערנע שווערדן.

טעקע:Palestinian rocket being fired at Israel's occupied territories, October 2023.jpg
פאלעסטינער ראקעט געשאסן צו מדינת ישראל

די אטאקע האט זיך אנגעהויבן אין די פרי מארגן וואס האט אריינגענומען א באראדזש פון אמווייניגסטנס 3,000 ראקעטן וואס זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה אנטקעגן מדינת ישראל און אן אינוואזיע פון טרעקלעך, גליידערס, און שיפלעך וואס זענען אריינגעדרונגען אין די טערעטאריע. פאלעסטינע מיליטאנטן האבן זיך אדורכגעבראכן די מדינת ישראל עזה באריקאדעס און האבן אנגעהויבן אטאקירן די דערנעבענדיגע ישובים און מיליטערישע איינריכטיגונגען הרגענדיג אמווייניגסטנס 1,300 איזראעליס, אריינגערעכנט א מאסן-שחיטה אנהייב פונעם קאנפליקט ביי א מוזיק פעסטעוואל ווי אמווייניגסטנס 260 ציווילע זענען געהארגעט געווארן. איזראעלי סאלדאטן, ציווילע, אריינגערעכנט קינדער זענען פארכאפט געווארן קיין עזה.

אין רעאקציע האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו דערקלערט א סטעיט אויף עמערדזשענסי און קריג, שווערענדיג פאר א "מעכטיגע נקמה" אנטקעגן טעראריזם. עטליכע אָפּאָזיציע פּאַרטייען האָבן גערופן די פאָרמירונג פון אַ נאציאנאלע פאראייניגטע רעגירונג.

נאָכן איינזאמלען איבער 300,000 רעזערוויסטן און ארבעטן אויף אויסרייניגן מיליטאַנטן פון אינפילטריטע געגנטן, האָט די מדינת ישראל מיליטער אנגעהויבן מיט מעכטיגע לופט באמבעדירונגען אויף דעם געדיכט באפעלקערטע עזה סטריפּ צילנדיג אויף סטראטעגישע געביידעס און הונדערטער מיליטערישע צילן, מיט רעפּאָרטירענדע פאלן פון שיסן אויף ציווילע אינפראסטרוקטור, אריינגערעכנט באוואוינטע געביידעס, מאסקעס און שפיטעלער.

לויט די כאמאס קאנטראלירטע געזונטהייט מיניסטעריום אין עזה זענען שוין אומגעקומען אמווייניגסטנס 1,100 ציווילע פאלאסטינער פון שיסערייען און לופט באמבעדירונגען אריינגערעכנט 260 קינדער. די צה"ל האט באשטעטיגט אז זיי האבן דערהארגעט איבער 1,500 מיליטאנטן אין מדינת ישראל טעריטאריע.

איבערבלייבענישן פון שדרות פאליציי סטאנציע

די מלחמה רעפּרעזענטירט אַ שפּיץ פונקט אין די ישראל-פּאַלעסטינער קאָנפליקט און אין די עזה-ישראל קאָנפליקט, וואָס קומט נאך אַ היציגע יאָר וואָס האָט געזען וואקסענדע אנעקסירונג פון ישראל ישובים און צוזאמענשטויסן אין דזשענין, על-אַקצאַ מאסק, און עזה, וואָס געהרגעט ארום 250 פּאַלעסטינער און 36 ישראלים. כאמאס האט ציטירט די דאזיגע געשעענישן אלס בארעכטיגונג פאר די אטאקע און האט גערופן די פאלעסטינער זיך אנצונעמען אין קאמף צו "פארטרייבן די אקופירער און אראפברענגען די מויערן".

געביידע אין עזה ווערנדיג פלאך געמאכט דורך ישראל'ישע מיסילס

די פאראייניגטע פעלקער האבן געמאלדן אז מער ווי 423,000 פאלעסטינער, מער ווי א פיפטל פון די באפעלקערונג פון עזה, זענען געווארן היימלאז זינט דעם אנהויב פון די קריג. די שרעק פון אַן הומאַנעטעריאַטישע קריזיס איז פארשטערקערט געווארן נאך וואס מדינת ישראל האט אפגעשטעלט עסנוואַרג, וואַסער, עלעקטריק, און ברענשטאף סאפּלייען צו די שוין בלאַקירטע פּאַס.

פ.ש. פרעזידענט דזשאו ביידען ביים איבערגעבן רימארקס איבער דעם קאנפליקט

אסאך לענדער פון דער מערב וועלט און אירע אליאירטע האבן פארדאמט כאמאס פאר די געוואלדטאטן און שחיטות, און באשריבן די טאקטיקן וואס די ארגאניזאציע האט גענוצט אלס טעראר; בשעת עטליכע לענדער פון דער מוסולמענער וועלט האבן באשולדיגט די מדינת ישראל אקופאציע פון פאלעסטינער טעריטאריעס און די אפלייקענונג פון די פאלעסטינער זעלבסט-שטענדיקייט אלס די שורש סיבה פון דער עסקלאציע, און אנדערע האבן פארלאנגט די-עסקאלאציע און א אויפהער צום קריג. מענטשנרעכט וואך האט פארדאמט סיי כאַמאַס'ס און ישראל'ס אויפפירונג אלס מלחמה פארברעכנס. די פאראייניגטע שטאטן רעגירונג האָט געמאָלדן אז זי שטיצט מדינת ישראל מיטן גאנצן קראפט און זי פירט אריבער אן ערקראַפט טרעגער, קאמף גרופעס, און מיליטערישע דזשעטס צו די מזרח ראיאן און מיטן צושטעלן פאר מדינת ישראל נאָך מיליטעריש געצייג און שיסוואַרג. א קאָנפליקט איז געמאלדן צווישן כיזבאָלאַ און על-קודס בריגאַדעס פאָרסעס אין לבנון און ישראל פאָרסעס אויף 8 און 9 אקטאבער.