(Go: >> BACK << -|- >> HOME <<)

לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:פריוואטקייט פאליסי

פֿון װיקיפּעדיע
ווערסיע פון 06:07, 1 אָקטאָבער 2006 דורך אבישי (שמועס | בײַשטײַערונגען)
(אונטערשייד) → פֿריִערדיקע ענדערונג | איצטיגע ווערסיע (אונטערשייד) | שפעטערדיקע ענדערונג ← (אונטערשייד)

(עס איז דא נאך פרטים איבער דעם פאליסי ביטע קוקט אריין אין די ענגלישע פאר אן אריכות. (און טייטשט דאס איבער אהער אויב איר קענט.)

פריוואטקייט פאליסי איז אן ערקלערונג פון די וויקימעדיע קארפאראציע אז זיי פארפליכטן זיך נישט ארויסגעבן קיינעם'ס פריוואטקייט נאר אויב זיי ווערן פארלאנגט פון די רעגירונג דורך דעם געזעץ פון לאנד.

אויך כדי צו היטן אויף אייער פריוואטקייט פאדערן זיי אויף יעדן באנוצער זיך איינשרייבן אין וויקיפעדיע און נאר שרייבן מיטן באנוצער נאמען ווייל דער איי. פי. אדערסע קען אייך ארויסגעבן די פריוואטקייט פאר שווינדלער וואס ליינען וויקיפעדיע.

עס איז א פליכט אויף די סיסאפן צו ארויסבלאקירן א באנוצער וואס האט אויפגעדעקט די פריוואטקייט פון אן אנדער באנוצער, אפילו עס איז נישט אמת, למשל אויב איינער רופט איינעם ביי א אנדער נאמען אפילו עס איז נישט זיין ריכטיגער נאמען איז דאס א פארברעך. אויך א פלאץ ווי מען ארבייט און אזוי ווייטער.

פארשטייט זיך אז א יעדער באנוצער מעג אליינס ארויסגעבן זיין אייגענע פערזענליכע פריוואטקייט.