(Go: >> BACK << -|- >> HOME <<)

לדלג לתוכן

משה יודא דייטש

פֿון װיקיפּעדיע

ר' משה יודא דייטש איז דער רעגלמעסיגער עדיטאריעל שרייבער פון די סאטמאר זאליס צייטונג דער איד. ער וואוינט אין קרית יואל און קערט זיך אן צו די זאליס.

זיין פאפולערקייט שטאמט נאך פון זיין אמאליגער וועכענטליכער קאַלום אין דער איד אויף א מאדערן לשון הקודש, אונטערן קעפל משמעות המאורעות קעגן די אגודה קרייזן און בעלזא, וואס איז געווען זייער פאפולער און איז געווארן געליינט ביי אלע קרייזן אלס אינטערסאנטקייט און טאן געבעריי פארן סאטמאר רבין'ס קנאות.

די בעלזא אין המחנה החדרי האבן אים נישט אפגעשוינט און צוריק גענטפערט אויף זיין שטייגער, אפילו פערזענליך געטשעפטע מיט פאמיליע פראבלעם וואס האט געוויזן אז ער איז גארנישט אזוי ערליך.

ער איז א געשליפן שרייבער מיט היסטארישע ידע אין כללים פון דיאלעקט אין יידיש און נאך מער אין לשון קודש, קומענדיג פון ארץ ישראל.

אויך פלעגט ער יארן רעדאגירן דעם אנגלא-אידישן סעקולער צייטונג, דער פארווערטס.

זייט די סאטמארע מחלוקת, תש"ס, וואס דער איד איז געווארן א זאלונישע צייטונג, און די אהרונים האבן זיך געעפענט אן אייגן סאטמארע צייטונג, דער בלאט, איז ר' משה יודא דייטש באקאנט אלס דער עדיטאריעל שרייבער ווי ער רייסט אראפ און שפאסט רעגלמעסיג פון די סאטמאר רבי, ר' אהרן טייטלבוים שליט"א. דעריבער איז ער געווארן א פיגור אין די מחלוקה ווי ער איז אפגעמאלן אלס דער פראפאגאנדע מיניסטער פון די זאלונים, און ער איז דער ציל ברעט פון די ארונים מיט שפעטן פון אים אז ווי קען א איד וואס האט זיך געארבייט ביי א פרייער צייטונג קומען און פארקויפן קנאות, אבער ער ענטפערט אז ער האט נישט געשריבן אדער געליינט נאר פשוט געטאן קאמפיוטער ארבעט פאר פרנסה.

ער איז טאקע נישט דער רעדאקטאר נאר ר' אהרן פרידמאן איז דער אפיציעלער רעדאקטאר וואס קוקט דורך אלע עדס און ארטיקלען, אבער ר' משה יודאס שרייבן איז דער טאן געבער פון צייטונג צוליב איר חשיבות אין עדיטאריעל קאלום יעדע וואך.