(Go: >> BACK << -|- >> HOME <<)

Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות פֿון דער שרײַבערין רחל אױערבאַך װעגן טאָגטעגלעכן לעבן אין װאַרשעװער געטאָWriter Rokhl Auerbach’s memoirs on daily life in the Warsaw Ghetto

אירע אָבסערוואַציעס פֿון דער געטאָס פֿאָלקסקיך און ווי אַ מיטאַרבעטער אויפֿן „עונג־שבת“־אַרכיוו זענען לעצטנס אַרויס אויף ענגליש.

„װאַרשעװער צװאָות: באַגעגענישן, אַקטיװיטעטן, גורולות“ (1974) איז דאָס לעצטע בוך פֿון דער שרײַבערין און היסטאָריקערין רחל אױערבאַך (1899–1976) װאָס איז אַרױס בשעת זי האָט נאָך געלעבט. אױערבאַך איז געװען אײנע פֿון דרײַ מיטאַרבעטער פֿון „עונג־שבת“ — דעם געהײמען אַרכיװ פֿונעם װאַרשעװער געטאָ — וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.

אינעם געטאָ האָט אױערבאַך אָנגעפֿירט מיט אַ פֿאָלקסקיך, װאָס האָט באַזאָרגט ייִדן מיט הײסער זופּ אײן מאָל אַ טאָג, און האָט דאָקומענטירט די געשעענישן אַרום איר. זי האָט געאַרבעט אונטער דער השגחה פֿון איר לערער עמנואל רינגלבלום, דעם ראָש פֿונעם „עונג־שבת“. אױערבאַך האָט געהאַט אַ גוטן מזל צו אַנטלױפֿן פֿונעם געטאָ אַ חודש פֿאַרן אויפֿשטאַנד אין 1943 און האָט פֿאַרבראַכט די לעצטע יאָרן פֿון דער אָקופּאַציע אױף דער „אַרישער“ זײַט, פֿאַרשטעלנדיק זיך פֿאַר אַ קריסטלעכער פּאָליאַטשקע.

נאָך דער מלחמה האָט זיך אױערבאַך באַזעצט אין ישׂראל און געװידמעט דעם רעשט פֿון איר לעבן דאָס אָפּהיטן דעם אָנדענק פֿון די אומגעקומענע ייִדן פֿונעם געטאָ. ניט אַלע מאָל איז דאָס געװען גרינג, װײַל דעמאָלט האָבן די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער ניט געהאַלטן פּערזענלעכע זכרונות פֿאַר פֿאַרלאָזלעכע און װערטפֿולע היסטאָרישע מקורים. װעגן אױערבאַכס קאַמף פֿאַר אױספֿירן איר שליחות דערצײלט פּראָפֿעסאָר שמואל קאַסאָװ אין זײַן פּרטימדיקן אַרײַנפֿיר צו דער ענגלישער אױסגאַבע פֿון אױערבאַכס זכרונות, אַרויסגעגעבן פֿונעם ייִדישן ביכער צענטער. קאַסאָװ האָט צוגעגעבן קאַפּיטלען פֿון אױערבאַכס אַנדערן בוך „בײַם לעצטן װעג“, װאָס איז אַרױס אין 1977, אײן יאָר נאָך איר טױט. די ענגלישע אױסגאַבע פֿאַרמאָגט קאַסאָװס פּרטימדיקע קאָמענטאַרן און ביאָגראַפֿישע נאָטיצן װעגן די פֿילצאָליקע פּערסאָנאַזשן פֿון אױערבאַכס זכרונות.

אױערבאַך האָט שטאַרק געגלױבט אין דעם כּוח פֿונעם מענטשלעכן זכּרון. „דער מוח איז דער סאַמע פּערפֿעקטער קאָמפּיוטער, װאָס גאָט אַלײן האָט אים קאָנסטרויִרט,“ האָט זי געשריבן. „און אױב מען שפּאָרט נישט קײן מי און אױסדױער, קאָן מען אױך נאָך צענדליקער יאָרן אַרױסציִען פֿון זײַנע פֿאַרהױלענע ספּיראַלן די אַלע מיקראָסקאָפּישע פֿאַרצײכענונגען פֿון ידיעות און עמאָציעס.“

װײַטער גיט אױערבאַך צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ מען קען איבערגעבן דעם לײענער אָט די אײגענע ידיעות און עמאָציעס: „מען דערזעט און מען דערפֿילט בײַ אַ נײַס דאָס, װאָס מען האָט מיט יאָרן צוריק געזען, געפֿילט, איבערגעלעבט. הײַנט װער שמועסט, װען אָט די פּסיכישע אינהאַלטן זענען אין משך פֿון די אין צװישן פֿאַרגאַנגענע יאָרן געװאָרן נאָך און נאָך אַ מאָל אין דעם זעלבן ׳קאָמפּיוטער׳ איבערגעקאָכט און אױסגעקריסטאַליזירט, פֿאָרמולירט און פֿאַרצײכנט אין אַנדערע קאָנטעקסטן.“

װען דאָס בוך איז אַרױס אױף ייִדיש, זײַנען דאָס רובֿ פּערסאָנאַזשן, ייִדישע ליטעראַטן, אַקטיאָרן, כּלל־טוער, נאָך געװען באַקאַנטע נעמען בײַם ייִדישן עולם — ייִדישע לײענערס, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. פֿאַרן הײַנטיקן ברײטן ענגליש־לייענדיקן עולם זײַנען כּמעט אַלע נעמען פֿרעמד. הײַנט איז קאַסאָװ אפֿשר דער סאַמע גרעסטער מומחה אױף דער געשיכטע פֿונעם װאַרשעװער געטאָ. ער האָט דורכגעמאַכט אַ ריזיקע פֿאָרשערישע אַרבעט כּדי אױפֿצובױען פֿון דאָס נײַ אָט דעם פֿאַרלױרענעם קולטורעל־היסטאָרישן קאָנטעקסט. זײַנע ביאָגראַפֿישע נאָטיצן נעמען אַרײַן העכער װי הונדערט נעמען, און צו אַלע קאַפּיטלען גיט ער צו דערקלערונגען װעגן מענטשן און סיטואַציעס.

אַזױ װי איר לערער רינגעלבלום האָט אױערבאַך געשטאַמט פֿון דער אַמאָליקער עסטרײַכישער פּראָװינץ מזרח־גאַליציע. זי איז אױפֿגעװאַקסן אינעם דאָרף לאַנאָװיץ צװישן אוקראַיִנער פּױערים, װאָס האָט איבערגעלאָזט אַ געװיסן שטעמפּל אױף איר פּערזענלעכקײט: „איך דאַרף באַמערקן, אַז אױב איך בין געבליבן לעבן – אַלס אײנע אױף הונדערטער ייִדן װאָס האָבן זיך געראַטעװעט צװישן קריסטן, איז דאָס געשען נישט דערפֿאַר, װײַל איך האָב געהאַט מער שׂכל, נאָר אפֿשר גראָד צוליב אַ מין דאָרפֿישער, סלאַװישער לאַנגזאַמקײט, צי נאַיִװקײט, װאָס איז געבליבן אײַנגעקריצט אין מײַן פֿיזיאָנאָמיע, צוליב מײַן אױפֿװאַקסן און חבֿרן זיך אין די קינדער־יאָן מיטן נישט־ייִדישן אַרום.“

שפּעטער האָט אױערבאַך שטודירט פּסיכאָלאָגיע אינעם לעמבערגער אוניװערסיטעט, און דער דאָזיקער אינטערעס שפּיגלט זיך אָפּ אױך אין אירע חורבן־כּתבֿים. קאַסאָװ באַמערקט, אַז זי איז געװען ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אינעם „קאָמפּליצירטן צװישן־שפּיל פֿון פּסיכאָלאָגישע פֿאַקטאָרן אין יחידים, משפּחות, און גאַנצע סאָציאַלע גרופּעס.“ זי האָט אױך גוט פֿאַרשטאַנען די פּסיכאָלאָגישע שטיק פֿון די דײַטשן, װאָס האָבן קונציק אױסגענוצט ייִדנס האָפֿענונעגן און אַנגסטן כּדי אָפּצושװאַכן דעם װידערשטאַנד.

אױערבאַכס אָבסערװיר־פּונקט אינעם געטאָ איז געװען די פֿאָלקסקיך, װאָס איז אײַנגעשטעלט געװאָרן װי אַ טײל פֿונעם נעצװערק פֿון דער ייִדישער „אַלײן־הילף“־אָרגאַניזאַציע. „אַ פֿאָלקס־קיך… עס איז נישט אַזױ לײַכט צו דעפֿינירן אַזאַ מין אינסטיטוציע. קיך האָט געהײסן זײער אַ סך. דאָס איז געװען די אָרגאַניזאַטאָרישע ׳אײנס׳ פֿון ייִדישן ציבור, דאָס אָרגאַנישע קעמערל פֿון דער הילפֿס־אַרבעט און מיטן לױף פֿון דער צײַט — בפֿרט נאָכן אײַנפֿירן דאָס געטאָ – געװאָרן אױך די אָרגאַניזאַטאָרישע ׳אײנס׳ פֿאַר אַ סך אַנדערע, געהײמע און האַלב־געהײמע אַקטיװיטעטן פֿון דעם ייִדישן ציבור – פּאָליטישע, קולטורעלע, צום סוף אַפֿילו פֿון דער װידערשטאַנד־באַװעגונג.“ אױערבאַך האָט באַקומען די דאָזיקע שטעלע אַ דאַנק רינגעלבלום, װעלכער האָט זי אַרײַנגעצױגן אין די געהײמע אַרבעט פֿון זאַמלען דאָקומענטן און גבֿית־עדותן פֿאַרן „עונג־שבת“.

קאַסאָװס אױפֿטו פֿון צוגרײטן די דאָזיקע װערטפֿולע פּובליקאַציע איז אַ װיכטיקער שריט אױפֿן װעג פֿון באַקענען דעם ברײטן עולם מיט אױערבאַכס ליטעראַרישן עזבֿון. רחל אױערבאַכס כּתבֿים זײַנען װיכטיק אי װי אַ גבֿית־עדות פֿונעם חורבן, אי װי אַ װערק פֿון ליטעראַטור, אי װי אַ היסטאָריש־אַנטראָפּאָלאָגישע פֿאָרשונג. זי האָט געשריבן אין פֿאַרשײדענע זשאַנערס און סטילן, אױף ייִדיש װי אױך אױף פּױליש. לאָמיר האָפֿן אַז אירע טאָגביכער, װאָס זי האָט געפֿירט אױף פּױליש אינעם געטאָ, װעלן אױך געפֿינען אַן איבערזעצער, רעדאַקטאָר און פֿאַרלעגער.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.