(Go: >> BACK << -|- >> HOME <<)

רבי חנניא בן תרדיון איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט צוויי מאל אין משניות.

אין אלע פריערדיגע דרוקן פון ש"ס אין משניות שטייט חנניא אדער חנניה, אין ווילנא דרוק שטייט חנינא.

זיין צייט

רעדאַקטירן

רבי חנניא בן תרדיון איז געווען פון צווייטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]

רבי חנניא בן תרדיון איז געהארגט געווארן כ"ז סיון, [2] און ער איז איינע פון די עשרה הרוגי מלכות.

איבער אים

רעדאַקטירן

רבי חנניא בן תרדיון איז געווען א גבאי צדקה, רבי אליעזר בן יעקב לויבט זיין אויסער געווענלעכען באגלייבטקייט. [3]

רבי אליעזר בן יעקב אומר לא יתן אדם פרוטה לארנקי של צדקה אלא אם כן ממונה עליה כרבי חנניה בן תרדיון.


ברוריא א טאכטער פון רבי חנניא בן תרדיון איז געווען די ווייב פון רבי מאיר

אין משניות

רעדאַקטירן
  • מסכת תענית פרק ב' משנה ה', ”מעשה בימי רבי חלפתא ורבי חנניא בן תרדיון, שעבר אחד לפני התיבה, וגמר את הברכה כלה, וכו'”
  • מסכת אבות פרק ג' משנה ב', רבי חנניא בן תרדיון אומר, שנים שיושבים ואין ביניהם דברי תורה, הרי זה מושב ליצים. אבל שניים שיושבים ועוסקים בתורה, שכינה ביניהם, וכו'”


רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. טור אורח חיים תק"ף
  3. בבא בתרא י' ע"ב, ועיין עבודה זרה י"ז ע"ב