(Go: >> BACK << -|- >> HOME <<)

לדלג לתוכן

בית נאמן בישראל

פֿון װיקיפּעדיע
הגרסה להדפסה אינה נתמכת עוד וייתכן שיש בה שגיאות תיצוג. נא לעדכן את הסימניות בדפדפן שלך ולהשתמש בפעולת ההדפסה הרגילה של הדפדפן במקום זה.

בית נאמן בישראל זענען די הלכה ספרים אויף די יודישע שפראך געשריבן דורך רבי יואל צבי מאשקאוויטש טאהשער דיין.

הלכות סעודות שבת

אויף דעם האט ער ארויסגעגעבן פיער באזונדערע בענדער, א עקסטרע באנד מיט הלכות און מנהגים וואס זענען שייך ביי אלע דריי סעודות פון שבת און מלוה מלכה מוצאי שבת.

די ערשטע באנד איז ערשיינען אין יאהר תשנ"ט.

הסכמות

הלכות נדה

די ערשטע אויסגאבע איז ערשיינען אום תשנ"ו ווען ער איז נאך געווען א כולל יונגערמאן און חשון תשס"ה האט ער שוין געהאלטן ביי די זיבעטע אויסגאבע.

עס איז צוטיילט אין צוויי חלקים: קיצור הלכות נדה און די צווייטע טייל איז מער באריכות.

די ערשטע חלק אנטהאלט פינעף פרקים און די צווייטע צעהן בתים.

דער ספר איז דירעקט געשריבן אין א קורצן לשון, כדי מען זאל קענען דערין כסדר איבער'חזר'ן די הלכות און וויסן וואס צו פרעגן. ער האלט זיך כמעט אפ פון פסק'ענען הלכה למעשה, נאר שרייבט אז מ'זאל פרעגן א שאלה.

עס איז ספעציעל געדרוקט אין א קליינעם פארמאט, אז מ'זאל עס קענען באהאלטן פון די קינדער - וואו עס פירט זיך ביי די חרדישע הייזער.

הסכמות